דער לעקסיקאָן פון ליטווישן אידיש
A Lexicon of Lithuanian Yiddish (in progress)
by Yeynesn Felendler
Comments and additions welcome (felendlerks@gmail.com)
© Y. Felendler 2022
Specializes in translation of Yiddish (handwriting and printed sources), quotes provided on request
__________________________________________________________________________
Introduction: The purpose of this lexicon is to concentrate on the Lithuanian dialect of Yiddish, particularly, the way it was spoken before World War II. Lithuanian Yiddish has many subdialects. The dialect of the publisher of this lexicon is the one associated with Vilna and the surrounding region, and that will be the focus here as well. Our goal is to focus and research the way it was spoken by the common folk, i.e. those who were not influenced by the Yiddishist movement. Yiddishists have created linguistic rules and standards that were not characteristic and/or customary to every geographical region where Yiddish was spoken. Hence, where little or no influence was present, the reflection of the true dialect can be shown. This project is a culmination of listening to hours of interviews of native Yiddish speakers of the Lithuanian dialect both in audio and video formats, plus numerous other sources, including printed material and old handwritten letters. If you can assist with sources to support, place doubt or disprove the conclusions of a word usage, please submit, and we look forward to hearing from you.
In addition, this project will as well focus on words which the publisher holds as appropriate for certain modern concepts. Understandably, many concepts today did not exist in the old country. Every person's linguistic senses and orientations are subjective, and therefore the publisher, using his own Litvish Yiddish sense, will merely suggest his opinion for how to speak and express certain modern concepts in Yiddish as it stands today. It is with the greatest of hopes that the readers will give their own suggestions too, so that the language can develop specifically in these modern concepts, giving Yiddish a greater chance to be preserved for years to come.
This project was inspired by Professor Dovid Katz. All compliments and credits towards the successes of this project belong to him. There are simply no words to appropriately acknowledge his invested time and energies to guide me and give me advice throughout the years of our correspondence, as well as today.
______________________________________________________________________________________________________________________________________________________________________
______________________________________________________________________________________________________________________________________________________________________
א
אַ \ אַן
עס איז באַוואוסט בײַ אַלע וואָס לערנען זיך אידיש, אַז ווען מען באַנוצט דעם אומבאַשטימטן אַרטיקל, איז פאַראַן אַ חילוק: טאָמער הייבט זיך אָן דער וואָרט מיט אַ קאָנסאָנאַנט, דאַמאָלסט איז—〟אַ〞, און טאָמער מיט אַ וואָקאַל, איז—〟אַן〞. אין האַרקאַוויס און א. ווײַנרײַכס ווערטערביכער קומט אויס אויך אַזוי:
נאָר הערנדיק די רייד פון אַפולע ליטוואַקעס פון דער היים, האָב איך אַנדערש געהערט. אין דער ליטע, איז געווען אַ נטיה טאַקע אַזוי ווי אויבן, נאָר מיט איין אונטערשייד—פאַרן חיריק (〟אי〞). דאַמאָלסט, קלינגט אפילו דער 〟אי〞 גופא אַנדערש—עס ווערט פאַרוואַנדלט אין חיריק⸗יוד גאָר (צ.ב.ש. אינדיק—> אַ ייִנדיק). באַלד וועלן אַ פּאָר אויסצוגן געבראַכט ווערן צום הערן טאַקע דעם בײַשפּיל גופא.
די דערשײַנונג געפינט זיך אפילו אין געדרוקטע ווערק פון ליטווישע מחברים. אָט האָב איך געפונען אַזוי בײַ אַ ליטווישן רב פון שאַקי, ר' יוסף גאָלדין—〟אַ איבערקערעניש〞. אָט זעט:
אומגעהויער\אומגעהייער
מען געפינט פאַרשיידענע אויסלייגן פון אָט דעם וואָרט אויסגעשפּרייט איבער דער ליטעראַטור—אי בײַ וועלטלעכע מחברים, אי בײַ פרימערע\רבנישע. דער וואָרט איז אַ פּנים אַרײַן אין אידיש שפּעטער, און דערפאַר איז פאַראַן אַ וואַקלעניש אין דעם וואָרט, ווײַלע מען געפינט דאָך בדרך⸗כלל גאַנץ קאָנסעקווענטע אויסשפּראַכן בײַ די עלטערע ווערטער (הגם ווען⸗ניט⸗ווען יאַווען זיך געוויסע פאָלקסטימלעכע שינוים אפילו בײַ די עלטערע ווערטער).
בײַ וועלטלעכערע, האָב איך אין 〟יוואָ⸗בלעטער〞 געפונען פאַרשיידן, נאָר אָפטער געפינט זיך די פאַרשיידנקײַט אין די ווילנער אויסגאַבעס. אָט זײַנען אַ פּאָר בײַשפּילן (דער פאָרשער קען גאַנץ גרינג מיט Ctrl+F אַ זוך טאָן אין די לינקען מיט אַ פּאָר אותיות פונעם זוכוואָרט, צו מער), דער עיקר פון ווילנער יוואָ⸗בלעטער (קענטיק פונעם טונקעלן קאליר פון די בלעטער, אַנטקעגן די ווײַסע, וועלכע זײַנען מערסטנטייל אין די ניו⸗יאָרקער אויסגאַבעס):
〟אומגעהײֵער〞—
-גאָלאָמבס אַן אַרטיקל, ווילנע-
_____________
〟אומגעהײַער〞—
-אין דעם אַרטיקל, אַז דער לייענער וועט לייענען אויפמערקזאַם, וועט ער שוין באַמערקן אַז די נקודות זײַנען אָפט ניט אַזוי קלאָר, נאָר דאָ זעט זיך קלאָר אַז ס'איז דאָ אַ נקודה, ממילא—פתח צוויי יודן.
-אינטערעסאַנט וואָס דער מחבר פון דעם אַרטיקל, לייבוש לערער, איז אייגנטלעך דער זעלבער פונעם ערשטן מקור פון 〟אומגעהײֵער〞, דאָרטן שטייט אָן דעם פתח, דאָ שטייט מיטן פתח.
-דער אַרטיקל איז פון יודל מאַרקן (זעט ווײַטער אַז אַזוי פירט ער אויך אויס אינעם 〟גרויסן ווערטערבוך〞).
-מאַקס ווײַנרײַכס אַן אַרטיקל-
_______________
בײַ הײַנטיקן טאָג, געפינט זיך דער עיקר 〟אומגעהײַער〞 אין די ווערטערביכער. יעדערער קען אַ קוק טאן אין האַרקאַוויס דרײַ⸗שפּראַכיקן ווערטערבוך אין די הוספות זײַנע, אַז דאָרטן שטייט אַזוי. בײַ א. ווײַנרײַכן אין זיין ווערטערבוך און בײַ מאַרקן אין 〟גרויסן ווערטערבוך〞 (אין צווייטן באַנד) שטייט אויך אַזוי—〟אומגעהײַער〞. און אַזוי איז, ווײַזט אויס, געוואָרן אָנגענומען בײַ אַפולע, אָבער פאָרט ניט בײַ אַלעמען.
אָפטמאָל, געפינען מיר דעם וואָרט אין פאַרמלחמהדיקע ביכער פון פרימערע און רבנים מיטן אויסלייג 〟אונגעהויער〞\〟אומגעהויער〞. אין נאָכמלחמהדיקע, געפינט זיך אי דאָס, אי 〟אומגעהייער〞, אָבער ס'איז דאָך שווער אויסצופירן דערפון עפּעס, ווײַלע אין יענע ביכער זײַנען היפּש אָפט קיין נקודות ניט פאַראַן. מײַן פּערזענלעכער חוש אינמיטן פאָרשן איז געווען, אַז טאָמער געפינען זיך ביידערליי אויסלייגן, קען מען אפשר אויספירן אַז 〟געהויער〞\〟געהייער〞 דאַרפן בײַ אַ ליטוואַק אָפּשפּיגלען די נאַטירלעכע אויסשפּראַך זײַנע, אַז 〟וי〞 איז זייער אָפט בײַ עם פונקט ווי צוויי יודן—〟יי〞. אַזוי אַרום, האָב איך געמיינט אַז ס'מוז זײַן 〟אומגעהײֵער〞. נאָר וויבאַלד אַז איך האָב נאָך יעמאָלט קיין גענוגנדיקע מקורים מיט נקודות, ווי איך האָב געזוכט, האָב איך זיך אויף מײַן חוש ניט פאַרלאָזן און גענומען זוכן ווײַטער אַזונע מיט נקודות.
און אַז מען געפינט איין מקור (צו מער) מיט נקודות, איז די פרייד גאָר אַ גרויסע. בפרט בײַ די וועלכע האָבן ניט געלערנט אין די אידישע שולן אָדער האָבן זיך ניט געריבן צואווישן זייערער קרײַזן (די פרימערע און רבנים), שפּיגלען זיי אָפּ פיל אָפטער דעם פאָלקסטימלעכערן גאַנג. און בפרט אַז מ'געפינט דאָס בײַ אַ מחבר אַ ליטוואַק, קען מען אַוודאי צוקומען צו אַ טאָלק אין דער פראַגע—〟ווי רעדט אין דעם דער ליטוואַק?〞. און אָט, האָב איך ב"ה געפונען בײַ דעם גרויסן געלערנטן בעל⸗דרשן פון ווילנע, הרב בן⸗ציון אלפס זצ"ל, וואס האָט אַפולע אידישע ספרים אַרויסגעגעבן, דעם וואָרט גופא אין אַן אויסגאַבע מיט נקודות (ווי דאָס רוב טאַקע פון זײַנע ספרים), און דאָרטן שטייט עס בפירוש מיט א צירה—〟אומגעהײֵער〞. מיט דער צײַט, האָב איך אפילו געפונען נאָך אַ פּאָר מקורים דערפאַר, און איך וויל דאָ ברענגען די מקורים פאַרן עולם. קודם, גיב איך אָפּ די בכורה ר' בן⸗ציונען און זײַנע ספרים (נאָר בײַ עם שטייט 〟אונגעהײֵער〞 מיט אַ נון):
-אין זײַן ספר, 〟אוצר התורה〞 (אין ערשטן באַנד)-
-אין 〟אוצר התורה〞 (אין צווייטן באַנד)-
-אין 〟אַ ווירקליכע הערצליכע ליעבע〞 (אין צווייטן באַנד)-
איצטער פון אַן אַנדער מקור (פאַראַן נאָך, נאָר מיר האָבן דערווײַלע גענוג…). דאָס איז פונעם מחבר חיים שויס, געשטאַמט האָט ער פון ליטע, ווי איך האָב געזען אינעם נײַעם 〟לעקסיקאָן〞 אין אַכטן באַנד, אונטערן פאַמיליע⸗נאָמען 〟שויס〞.
______________
ב"ה, פאָרשנדיק ווײַטער, האָב איך נאָך געפונען אינעם שפּראַך⸗אַטלאַס, 〟עדות〞 (EYDES), אַז אַ איד פון דאָלינאָוויץ, ניט ווײַט פון פּאָסטעוו, האָט דעם וואָרט באַנוצט און ווידער, לויט ווי איך געפין בײַ די ליטווישע מחברים אויבן. אָט הערט אַליין:
איך וויל נאָך צוגעבן, אַז דער חשובער פּראָפעסאָר דוד קאַץ האָט גענומען די מי און זיך אָנגעפרעגט בײַ אַן עלטערע פרוי פון ווילנע ניט לאַנג קאַריק וועגן דעם וואָרט. און געזאָגט האָט זי, אַז בײַ זיי פלעגט מען אויסלייגן טאַקע 〟אומגעהויער〞 נאָר בשעתן ריידן, האָט מען אַרויסגערעדט 〟אומגעהײֵער〞.
ב
באַנד
דאָ, ריידן מיר וועגן אַ טייל פון אַ גאַנג ביכער. אין די ווערטערביכער, געפינען מיר צווייערליי פאָרמען אין מערצאָל: 〟בענד〞 און 〟בענדער〞.
מיר ווייסן אַז דער וואָרט 〟באַנד〞 האָט דאָך אויך נאָך אַ באַדײַטונג: 〟אַ לענטע\טאַשמע〞 וואָס ווערט אויך אָפט פאַרקלענערט אויף 〟בענדל〞 און 〟בענדעלע〞. פון דעם וואָרט, איז דער מערצאָל געוויס 〟בענדער〞. מיר געפינען גענוג מקורים אַז עס האָט זיך געשאַפן אַן אונטערשייד אַז 〟בענד〞 איז אויף אַ טייל פון אַ גאַנג ביכער און 〟בענדער〞 אויף "לענטעס\טאַשמעס". עס איז אויך גענוג באַקאַנט הײַנט בײַ אידיש⸗ריידנדיקע אַז ס'איז, דאַכט זיך, איבעריק צו ברענגען דערפאַר מקורים. די פראַגע איז—צו איז עס אַלעמאָל אַזוי געווען? צו איז עס געווען דער סטאַנדאַרד אומעטום?
למעשה, אַז מ'באַטראַכט די עצם דערשײַנונג, וועלן מיר קענען זאָגן אַז דער אונטערשייד וואָס מיר געפינען הײַנט⸗צו⸗טאָג איז גאַנץ לאָגיש, ווײַלע דערמיט מײַדט מען אויס עפּעס אַ מיספאַרשטענדעניש. אָבער, איך האָב געפונען מקורים וועלכע באַווײַזן אַז דער גאַנג איז ניט געווען אַזוי אַמאָל, כאָטש ניט אומעטום. איך האָב געפונען אַ פײַנע מציאה בײַ אַ פרומען מחבר פון ווילנע—ר' בן⸗ציון אלפס זצ"ל. ער שרײַבט גענוי וועגן ספרים און ער שרײַבט 〟אַ זאַץ מקראות גדולות אין 15 בענדער〞. אָט זעט:
-〟א ווירקליכע הערצליכע ליעבע〞 (אין דריטן באַנד)-
נאָך איין פײַנע מציאה האָב איך געפונען הערנדיק פּראָפ. דוד קאַצעס גלענצנדיקן ווידעאָ⸗אַרכיוו פון ליטווישן אידיש (LYVA), אַז בײַ אַ ווילנערקע (פאַניע בראַנצאָווסקי הייסט זי) האָט זי, פאַרבײַגייענדיק, געזאָגט 〟בענדער〞 ריידנדיק וועגן ביכער. צום באַדויערן, קען איך ניט ברענגען דאָ דעם גענויען ווידעאָ, אָבער יעדערער קען דאָך אַליין הערן די אינטערוויוען אינעם אַרכיוו און מיט דער געהעריקער אויפמערקזאַמקײַט, וועט מען דאָס אַליין קענען הערן.
בכן, איז מײַן אויספיר אַז דער פאָלקסטימלעכער ליטווישער נוסח דאַרף זײַן 〟בענדער〞 פאַר ביידע באַדײַטונגען פונעם וואָרט.
______________
די פראַגע בלײַבט נאָר וועגן דעם אייגנשאַפט⸗וואָרט, טאָמער זאָגט מען אַ גאַנג פון 5 בענדער למשל, זאָל מען זאָגן אַ 〟5⸗בענדערדיקער\באַנדיקער\בענדיקער〞? מסתמא האָט מען ניט געדאַרפט אָנקומען צו אַזעלכענע אויסדרוקן אַמאָל, סײַדן אין די מער געבילדעטע קרײַזן וואו אַזוינע אויסדרוקן זײַנען געווען מער אַנטוויקלט. אָבער צוצופּאַסן צום הײַנטיקן טאָג ווען אַזוינע אויסדרוקן וואָלטן גיכער גענוצט ווערן איז אפשר גלײַכער דער סטאַנדאַרד 〟⸗בענדיק〞 פאַרן ליטוואַק אויך.
__________________
__________________
באַק
אין דער ליטעראַטור איז אָנגענומען אַז דער וואָרט איז לשון נקבה (די באַק). אַזוי געפינען מיר אויך אין א. ווײַנרײַכס ווערטערבוך:
פאַראַן אַ נטיה אין אײנזילביקע ווערטער אַז דער ליטוואַק איז מערער נוטה זיך דערצו צו באַציען מיטן אַרטיקל 〟דער〞, אָבער פאַרשטייט זיך ניט אַלעמאָל. מערער וועגן דעם, קען מען געפינען טוענדיק אַ קוק אין יודל מאַרקס אַרטיקל דאָ. אגב, איז דער לינק אַ דירעקטע אָפּשיקונג צום זײַטל וואו ער שרײַבט אַרום דעם פּונקט. ווער עס וויל דעם אַרטיקל דורכלייענען אין זײַן גאַנצהײַט, קען בלעטערן דעם אַרטיקל אויף קאַריק און לייענען פון אָנהייב אָן.
לויט דעם אויבנדערמאָנטן כלל, וואָלט געווען מעגלעך כאָטש חושש צו זײַן אַז דער ליטוואַק וועט דאָ זאָגן 〟דער〞 באַק. דערפאַר, לייענענדיק אין פאַרמלחמהדיקע דרוקן, איז מיר גראַדע ניט קיין גרויסער חידוש געווען ווען מיר איז אויסגעקומען צו באַגעגענען פּונקט דאָס. דאָס האָב איך געפונען אין דעם ספר 〟תפארת אדם〞 פון דעם בעל ה〟חפץ חיים〞 (הרב ישראל מאיר קאַגאַן זצ"ל). ער אַליין האָט דעם ספר זײַנען געשריבן אויף לשון קודש גאָר, נאָר אימעצער האָט געמאַכט פונעם ספר אַ איבערזעצונג אויף אידיש, און דאָרטן געפונען:
פון וועמען דער ספר איז איבערזעצט געוואָרן ווייס איך ניט גענוי, נאָר ווער עס לייענט גענוג וועט האָבן דעם אײַנדרוק ווי איך—אַז דאָס איז געוויס פון אַ ליטוואַק.
אינטערעסאַנט איז, וואָס נאָך אַ איד אַ ליטוואַק אין אַן ערך דער זעלבער צײַט האָט אויך געשריבן אַ ספר וועגן די זעלבע ענינים וואָס ווערן באַהאַנדלט אינעם אויבנדערמאָנטן ספר, און ציטירט אפילו פונעם ספר אונזער ציטאַט, נאָר שרײַבנדיק, שרײַבט ער אַנדערש:
אַזוי אַרום, איז דער גראַמאַטישער מין פון דעם וואָרט, אין איינעם מיט נאָך אַפולע אַזעלכע בײַשפּילן, ניט קיין פּשוטע פראַגע פאַרן ליטוואַק.
אין 〟פאָלקס⸗געזונט〞, געפינען מיר אַרטיקלען געשריבענע פון דאָקטוירים פון כלערליי שטעט, לאו דווקא פון ליטע. אַמאָל, שטייט אויך ליטווישע שטעט, ווי ווילנער, קאָוונע א.ד.ג., און בײַ אַזוינע האָב איך אויך געפונען קאָנסעקווענט אַז ס'איז לשון נקבה. איך וויל ברענגען איינעם פון די ציטאַטן וואָס איז אגב פון אַ ווילנער, נאָר איידער איך ברענג עם אַהער, וויל איך דערמאָנען אין דער זעלבער צײַט אַז ס'וועט דעם לייענער זײַן כדאי ווידעראַמאָל אַ קוק טאָן אין יודל מאַרקס אַרטיקל וואָס איך דערמאָן אויבן, ווײַלע דאָרטן ווערט אויך דערמאָנט אַ נטיה אַז אַמאָל ווערט בײַ אַ ליטוואַק אַ ווײַבלעכער וואָרט מענלעך ווען ער ווערט עטוואָס פאַרלענגערט (אין אַרטיקל גופא, ווערן געבראַכט בײַשפּילן). ער שרײַבט וועגן דעם אויך אין בוך 〟ליטע〞 (בוך איינס) אין זײַן גלענצנדיקן אַרטיקל 〟אונזער ליטווישער אידיש〞. דאָס וועט אונז במילא אויך העלפן צו פאַרשטיין אי די פאַראַנענע ציטאַטן דאָ, אי וואָס ווערט אויפגעקלערט ווײַטער אין לעקסיקאָן וועגן 〟קינבאַק〞.
אָט איז דער ציטאַט פון 〟פאָלקס⸗געזונט〞 פון אַ ווילנער דאָקטער:
מײַן אויספיר אין דער פראַגע איז: זאָגן אַז 〟דער〞 איז אַ טעות איז שווער, און טאָמער רעדט זיך אַזוי בײַ אַ ליטוואַק איז עס צוליב דער אויבנדערמאָנטער נטיה, וואָס יעדער דיאַלעקט מעג האָבן און גיט די אייגנאַרטיקײַט דערפון. פונדעסטוועגן, בין איך פּערזענלעך נוטה צו בלײַבן בײַ 〟די〞 מחמת וואָס (1) אפילו צואווישן ליטוואַקעס האָט אַפּנים די פאָרם שטאַרקער געהערשט, און (2) צוליב דער אַנדער נטיה, אַז ווען דער וואָרט ווערט פאַרלענגערט ענדערט זיך עס. און כדי צו פאַרשטיין אינגאַנצן דעם צווייטן מאָטיוו, ווערט רעקאָמענדירט צו לייענען ווײַטער וועגן דערויף.
__________________
__________________
ביתר
די אַלטע שטאָט פון ארץ ישראל איז באַקאַנט אין דער אידישער געשיכטע. עס ווערט דאָך דערמאָנט אין תלמוד „הרוגי ביתר” און נאָך. אינטערעסאַנט איז, ווי איז אייגנטלעך די אויסשפּראַך פון דעם? אַמאָל, איז עס כמעט ניט געווען שייך צו הערן בײַן פּשוטן פאָלק, ווײַלע קיין שטאָט אַזאַ איז ניט געווען אין פּלאַן אויף אַ רײַזע. ממילא, איז עס דער עיקר געווען אין די רייד פון אַ למדן אָדער תלמיד חכם וואָס האָט דאָס דערמאָנט בײַן לערנען תורה, און עס איז דערפאַר אינטערעסאַנט ווי די אויסשפּראַך איז געווען פון דעם למדנס מויל.
אויסער דעם באַנוץ, איז דאָך געווען די באַוועגונג פון 〟ביתר〞, וואָס איז בפירוש געווען אַרויסגערעדט אויפן ספרדיזירטן שטייגער, דהיינו 〟בעטאַר〞 (מלרע, פאַרשטייט זיך), אָבער דאָס איז ניט מאָסגיביק פאַר אונזער פראַגע.
לייענענדיק די פאַרמלחמהדיקע ליטעראַטור אויף אידיש וואו די ביכער זײַנען געווען מיט נקודות געדרוקט, האָב איך געפונען 〟בֵּיתֶּר〞 אין 〟הוגה דעות〞 פון אַ מחבר מב"ם (מיט אייניקע הערות פון מעשה אלפס):
הערנדיק איין מאָל אַ שיעור פונעם באַרימטן ר' יאָשע בער סאָלאָווייטשיק זצ"ל, האָט ער אויך דערמאָנט די שטאָט, נאָר אַרויסגערעדט האָט ער דאָס אַנדערש. הערט דאָ (אין 31:38 פונעם שיעור, זאָגט ער דעם וואָרט). מען זעט אַז בײַ עם איז פאַראַן דער אויסשפּראַך⸗וואַריאַנט 〟בעטער〞.
פאָרשנדיק, האָב איך געפונען צוויי מקורים לויט ר' יאָשע בערס אויסשפּראַך. איין מקור בײַ סטוטשקאָוון אין אוצר, וואו ער ברענגט אַ מאמר חז"ל:
און בײַ שטיינבערגן אין 〟העברעאיזמען אין דער אידישער שפּראַך〞, ברענגט ער אויך דעם וואָרט:
זעט מען אַז ער ברענגט צוויי וואַריאַנטן—אי 〟בעטער〞 אי 〟בעטאַר〞. איך מיין אַז דער ערשטער וואַריאַנט איז מסתמא לויט דער טראַדיציאָנעלער אידישער אויסשפּראַך, בשעת ווען דער צווייטער איז ערשט פּאָפּולאַריזירט געוואָרן צוליב די ציוניסטישע און העברעאיסטישע באַוועגונגען, וואו די אויסשפּראַך איז פאַקטיש געווען אַקטועל, צוליב דער גרופּע „ביתריסטן”.
טאָמער האָבן די חשובע לייענער געהערט פון אַ אידן דעם וואָרט, אָדער געפונען אַנדערע מקורים פאַר דעם, זײַט אַזוי גוט שיקט אַרײַנעט.
__________________
__________________
〟געזינד〞 \ 〟געזינט〞
ניט אין יעדער ליטווישער דיאַלעקט איז פאַראַן דער וואָרט. און אין די דיאַלעקטן וואו דער וואָרט איז ניט געווען אין די רייד, האָט מען זיך באַנוגנט מיטן וואָרט 〟משפּחה〞. בײַ אנדערע, איז דער וואָרט יע געווען, נאָר די באַדײַטונג איז פאָרט געווען די זעלבע ווי 〟משפּחה〞. און בײַ אַנדערע, איז נאָך געווען זייער אַ געראָטענער אונטערשייד וואָס האָט זיך געשאַפן: 〟געזינד〞—אַלע מיטגלידער וואָס וואוינען אונטער איין דאַך (טאַטע⸗מאַמע, ברידער און שוועסטער) און 〟משפּחה〞—אַלע מיטגלידער ממש, אי די אויבנדערמאָנטע, אי די ווײַטערדיקע קרובים (שוועסטערקינדער, פעטערס, מומעס א.א.וו.). הייסט דאָס, אַז דאָס איז שוין אַלץ אַ פראַגע פון דיאַלעקט, און יעדערער קען זיך פירן אין דעם נאָך זײַן אייגענעם דיאַלעקט און נטיות. די דיסקוסיע דאָ איז וועגן דעם אופן אַרויסריידן דעם וואָרט. אין די ווערטערביכער, געפינען מיר 〟געזינד〞 מיט א בפירושן 〟דלת〞. בעל⸗פּה פון ליטוואַקעס, געפינט מען אינעם ווידעאָ⸗ארכיוו (LYVA) פון פּראָפ. דוד קאַץ אַז די פראַגע ווערט באַהאַנדלט (ווי אויך די פריערדיקע—צו ס'איז געווען בײַ זיי אַן אונטערשייד צואווישן 〟משפּחה〞 ביז 〟געזינד〞). ריידנדיק מיט זיי, האָבן טייל בפירוש דאָס אַרויסגערעדט מיט א טית—〟געזינט〞.
למעשה, לייענענדיק די פאַרמלחמהדיקע ספרים פון ליטווישע מחברים, האָב איך געפונען דעם וואָרט (א פּנים מיטן חילוק פון 〟משפּחה〞 אַנטקעגן 〟געזינד〞) בײַ א ליטווישן מחבר—שבתי מאַצקעוויטש. אין דעם נײַעם לעקסיקאָן (〟לעקסיקאָן פון דער נײַער ליטעראַטור〞, 5⸗טער באַנד, נ.י.) שטייט אַז זײַן געבאָרן⸗שטעטל איז געווען אָדער באַרטעל אָדער איישישאָק. אַלנפאַלס איז ער אַן אָפּשטאַמיקער פון ווילנער גובערניע. ער האָט אַרויסגעגעבן אַ ספר מיטן טיטל 〟געבעט⸗בריעף〞, אין וועלכן ר' בן⸗ציון אלפס (אויך א ווילנער) האָט גענומען אַ וויכטיקן אָנטייל אין אויסאַרבעטן דעם בוך און צוגעגעבן האָט ער דאָרטן הערות א.א.וו. דאָרטן, האָב איך ביידע שרײַבונגען געפונען—אי 〟געזינד〞 אי 〟געזינט〞, נאָר ס'איז מסתמא ניט אומזיסט אַז מיט אַ טית האָט זיך דאָ געיאַוועט...
אָט זעט:
חולם
〟דער ליטווישער חולם〞
דאָ, וועלן געשטעלט ווערן דרײַערליי רשימות. דער ציל איז אַז, מיט דער צײַט, זאָלן זיך אָנזאַמלען רשימות מיט מקורים (איבערהויפּט פונעם אידישן שפּראַך⸗אַטלאַס 〟EYDES〞), וועלכע וועלן צוביסלעך צוגעגעבן ווערן צו די רשימות. אין דער ערשטער רשימה, וועלן געשטעלט ווערן ווערטער מיט חולם וואָס ווערן אַרויסגערעדט דווקא מיט 〟עי〞. אין דער צווייטער, וועלן זײַן אַזוינע וואָס ווערן אַרויסגערעדט מיט 〟אָי〞. אין דער דריטער, וועלן געבראַכט ווערן אַזעלכע וואָס זײַנען ניט באַשטימט\וואַקלדיקע. דאָס מיינט, אַז ניט אומעטום האָט מען געזאָגט דאָס זעלבע, נאָר בײַ טייל—〟אָי〞 און בײַ אַנדערע—〟עי〞. אַמאָל קענען זײַן אַנדערע ספקות אויך, און יעמאָלט ווערן זיי אויך צוגעגעבן צו דער דריטער רשימה. טאָמער האָבן די חשובע לייענער נאָך מקורים צו דעם אָדער יענעם וואָרט, ווערן זיי געבעטן אַרײַנשיקן, כדי צו באַרײַכערן די רשימות.
_________________
ווערטער מיט 〟עי〞
ווערטער מיט 〟אָי〞
וואַקלדיקע ווערטער
יאַווען זיך
דער עצם וואָרט דאָ איז פאַראַן אין אַנדערע דיאַלעקטן אויך, און די טעמע דאָ וואָס ווערט באַהאַנדלט איז די דערשײַנונג וואָס איז כאַראַָטעריסטיש פאַרן ליטווישן דיאַלעקט. פאַראַן אַ נטיה בײַ צײַט⸗ווערטער וואָס ענדיקן זיך אויף 〟-ען〞 (און ניט 〟-ן〞) אַז דער ליטוואַק וועט פאַרדאָפּלען דעם 〟נון〞. אַזוי, אַ שטייגער, געפינען מיר בײַ 〟קאָרמען〞—〟קאָרמענען〞, 〟בריקען〞—〟בריקענען〞 און נאָך. פאַראַן אפילו ווערטער וואָס זײַנען ניט אייגנטלעך אַזוי, נאָר פאָלקסטימלעך איז געווען אַ נטיה צוצוגעבן אַן 〟עין〞— 〟זיפצן〞, 〟קרעכצן〞, 〟גרעפּצן〞 און נאָך, וועלכע ווערן לויט די פאָרגעגעבענע פאָרמען אי אויסגעלייגט, אי אַרויסגערעדט טאַקע אָן קיין שום 〟עין〞⸗קלאַנג, אָבער בשעתן ריידן אין אַנדערע פאַלן, קלינגט עס אַזוי— 〟איך זיפצע〞, 〟וואָס קרעכצעסטו〞, 〟ער גרעפּצעט〞. בײַ אַזעלכע ווערטער, פאַראַן אויך די נטיה (הגם ניט אומעטום אין דער ליטע) צו פאַרדאָפּלען דעם 〟נון〞—〟זיפצענען〞, 〟קרעכצענען〞 א.א.וו.
הגם די עצם דערשײַנונג איז בײַ אַ סך יע באַקאַנט, איז עס אָבער אפשר ניט באַקאַנט אַז דאָס איז ניט קיין אַלגעמיינער, אומעטומיקער כלל (די האָפענונג איז זיך אומצוקערן צו דער פראַגע פון 〟דאָפּלטן נון〞 בײַ אַנדערע געלעגנהײַטן אין דער צוקונפט און באַהאַנדלען דאָס אינעם לעקסיקאן מערער, אי"ה). אין יעדער שטאָט און שטעטל, האָט מען געקענט געפינען אַזעלכענע ווערטער אָן קיין 〟דאָפּלטן נון〞. איז די פראַגע וואָס ווערט באַהאַנדלט בײַ דעם וואָס פאָרשט די דערשײַנונג—בײַ וועלכע ווערטער איז יע זיי, און בײַ וועלכע ניט? ניט אַלעמאָל זײַנען די זאַכן פאַרצייכנט אַז יעדערער זאָל דערצו קענען האָבן אַ גרינגן צוטריט. אָפטער האָבן מיר דעם ענטפער אין די מײַלער פון די ליטוואַקעס גופא פון יענעם דור—אַ זאַך וואָס איז הײַנט, ליידער, זעלטן צו געפינען.
די זעלבע פראַגע איז דאָ וועגן דעם וואָרט 〟יאַווען〞—〟עס האָט זיך געיאַוועט אַהער די אויסגעזוכטע זאַך〞, אָבער אַז מען רעדט וועגן אַ פאַרלאָרענע זאַך, צו וועט מען קענען זאָגן מיט טרייסט און האָפענונג 〟אָט, דאגה ניט, עס וועט זיך באַלד יאַווענען〞?
איך פּערזענלעך האָב ניט קיין אינפאָרמאַציע בעל⸗פּה פאַַר דעם וואָרט, צום באַדויערן, אָבער איין מציאה האָב איך דערפאַר יע. אין מײַן איבערזעצונגס⸗אַרבעט, האָב איך פון אַ קליענט געקראָגן אַן אַלטן בריוו אָנגעשריבן פון אַ פרוי (אַ פּנים, פון טראַשקון), ניט ווײַט פון קאָוונע. דאָרטן איז קענטיק זייער היימיש אָנגעשריבן אויף אידיש. אָט זעט וואָס יאַוועט זיך דאָרטן:
עלטער
דער וואָרט, אַלס הויפּט⸗וואָרט, האָט צוויי הויפּט⸗באַדײַטונגען: 〟די יאָרן פון אַ מענטשן〞 און 〟די עלטערע יאָרן〞. כדי צו אונטערשיידן פון איין באַדײַטונג ביז אַ צווייטער, האָט זיך געשאַפן אַ חילוק: 〟דער〞 עלטער—לויטן ערשטן זין, און 〟די〞 עלטער—לויטן צווייטן. מען וועט דערפאַר זאָגן, צ.ב.ש., אַז 〟אָ דער יונגערמאַן האָט חתונה געהאַט אין דעם עלטער פון 22〞, און 〟אויף דער עלטער, איז ער געוואָרן (לא עלינו) אַן אלמן〞 (דהיינו, ניט 〟אויף דעם עלטער〞).
אָט אַזוי געפינען מיר טאַקע אין א. ווײַנרײַכס ווערטערבוך אויך:
אין אַן אַרטיקל וועגן גראַמאַטישן מין, שרײַבט יודל מאַרק אין זײַן זשורנאַל 〟יידישע שפּראַך〞 אַז אַזוי ווי דער אויבנדערמאָנטער חילוק דאַרף מען טאַקע אײַנפירן. אָט איז דער אויסצוג פונעם אַרטיקל:
נאָר לייענענדיק אין דער פאַרמלחמהדיקער ליטעראַטור פון ליטוואַקעס, וועלכע האָבן קענטיק געשריבן אויפן טיפּישן שטייגער פון אַ היימישן ליטווישן אידיש, האָב איך געפונען אַ האָרעלע אַנדערש, און דאָס וועט דאָ באַהאַנדלט ווערן.
לאָמיר באַטראַכטן ווי עס געפינט זיך בײַ צוויי מחברים ליטוואַקעס—איינער, אַ ווילנער, הרב בן⸗ציון אלפס ע"ה, און דער צווייטער, אַ קאָוונער, הרב נטע ליפשיץ ע"ה. זיי ביידע שרײַבן אויף זייער היימישן אידיש (מער⸗ווייניקער) און דאָרטן, געפינט מען אָט אַזוינע פאַלן:
זעט מען אויבן, אַז בײַ ר' נטען, איז פאַראַן דער וואָרט 〟עלטער〞 אין זין פון 〟יאָרן פון אַ מענטשן〞, און דאָך באַציט ער זיך צו דעם אין לשון זכר. און פונדעסטוועגן—
דאָ, איז קלאָר אַז די רייד איז וועגן 〟עלטערע יאָרן〞, און דאָך שטייט 〟דער〞—אַלץ בײַ דעם זעלבן מחבר.
דאָ, זעט מען שוין אַז ס'איז מעגלעך אַז דער כלל איז ניט קיין פעסטער אין דער ליטע. מ'קען נאָך אפשר דערפון קומען צום אויספיר אַז מ'האָט אפשר כאָטש טיילווײַז אַזוי גערעדט, ניט אָפּהיטנדיק דעם חילוק פון מין נאָך די באַדײַטונגען נאָך. אָבער וואָס טוט מען, אַז דער זעלבער מחבר שרײַבט אַנדערש⸗וואו בפירוש ניט אַזוי:
ממילא, קען מען זען אַז דער חילוק איז געווען בנמצא. איז דאָך פאָרט שווער אלמאי אי 〟דער〞 אי 〟די〞 גענפינען זיך בײַ דעם זעלבן מחבר אויף 〟עלטער〞, ווען מען מיינט 〟די עלטערע יאָרן〞. דאָס מוז טאַקע באַזונדער באַהאַנדלט ווערן. מען געפינט אַזעלכע פאַלן וואו 〟דער〞 און 〟די〞 בײַטן זיך בײַ אַ ליטוואַק אפילו פאַרן זעלבן וואָרט, אָבער אַלע טעמים צו דערקלערן די דערשײַנונגען זײַנען אַ פּנים ניט שייך אַהער, וצ"ע.
_______________
פאַראַן אויך אַ נייגונג בײַ אַ ליטוואַק, אַז אַ וואָרט וואָס איז אפילו קלאָר אַ ל"נ בײַ עם (למשל, 〟די גאַס〞), אָבער טאָמער מיט אַ פאָרוואָרט (אַ פּרעפּאָזיציע) אַפריער, אויב דער אַרטיקל פעלט, יעמאָלט בייגט זיך גענוי ווי אַ ל"ז (למשל, 〟אויפן גאַס〞. אָבער—〟אויף די גאַס〞\בײַ טייל—〟אויף דער גאַס〞). אָבער, טאָמער מיט אַן אייגנשאַפט⸗וואָרט (אַדיעקטיוו), יעמאָלט איז דער עיקר אין דעם דאַטיוו, ווען עס פעלט דער אַרטיקל (למשל, 〟די וועג〞 און 〟אין גוטן וועג〞), אָבער אין אַקוזאַטיוו, אָדער אין דאַטיוו מיט אַן אַרטיקל, בייגט זיך ניט אויף ל"ז (למשל, 〟די וועג〞, 〟איך זע די וועג〞, 〟אויף די וועג〞). לויט דער נייגונג, טאָמער געפינט מען דעם וואָרט 〟עלטער〞 אין זין פון 〟עלטערע יאָרן〞, דאַרף דאָך אויסקומען אויך אַזוי. און אַזוי געפינט מען טאַקע בײַ הרב בן⸗ציון אלפסן, אין דאַטיוו:
עס האָט געדאַרפט זײַן, טאָמער איז עס 〟די〞, אַז אין דעם אַקוזאַטיוו אָן אַן אַרטיקל זאָל בלײַבן ל"נ, און דאָך געפינט מען בײַ ר' נטען אַנדערש:
_______________
למעשה, איז פאַראַן דער אויסדרוק 〟אויף דער עלטער〞. דאָס מיינט אוודאי און אוודאי 〟אויף די עלטערע יאָרן〞, און דאָך זעט מען אַז דער אומעטום⸗באַקאַנטער אויסדרוק ווערט דווקא אויסגעדריקט אַזוי אַז די באַציאונג צום וואָרט 〟עלטער〞 איז ל"נ. ווי וואָלט אין דעם פאַל דער ליטוואַק געדאַרפט זאָגן, לויט די אויבנדערמאָנטע כללים? לכאורה, טאָמער איז עס ל"ז, איז 〟אויף דעם עלטער〞. ווי⸗זשע זאָגט דער ליטוואַק אין דעם אויסדרוק?
מען געפינט אפילו 〟צו דער עלטער〞 בײַ ר' נטען:
זעט מען אַז אפילו דער ליטוואַק באַציט זיך אין דעם אויסדרוק צו 〟עלטער〞 ווי ל"נ, ניט קוקנדיק וואָס אַמאָל שרײַבט דער זעלבער מחבר אַנדערש אין אַנדערע פאַלן, דהיינו מיט אַ באַציאונג פון לשון זכר.
_______________
אַז מען באַהאַנדלט שוין די פראַגע, איז אויך צוועקמעסיק אַ קוק צו טאָן אין וועלטלעכע אויסגאַבעס. לאָמיר אַ קוק טאָן אין 〟פאָלקס⸗געזונט〞, וואו מען סטאַרעט זיך פּעדאַנטיש אָפּצוהיטן די גראַמאַטיק פון אַ ליטעראַרישן אידיש, און לאָמיר זען צו ס'איז דאָרטן אויך קאָנסעקווענט אין דער פראַגע ווי מען וואָלט וועלן דערוואַרטן פון אַזאַ פאַרמלחמהדיקן אידישן זשורנאַל.
אָט זײַנען אַ פּאָר בײַשפּילן:
הייסט דאָס, אַז פאַרגלײַכנדיק די געפינסן מיט די וועלכע ווערן אויבן געבראַכט, זעט מען ווײַט ניט קיין ליטעראַרישע קאָנסעקווענץ ווי מען וואָלט זיך אויף דעם געריכט. אָבער צו מער ליטווישע פאָלקס⸗נטיות, דאָס יע. סוף⸗כל⸗סוף, איז דאָך די רעדאַקציע געווען אין די הענט פון אַ ווילנער, פונעם גרויסן דאָקטער, ד"ר צמח שאַבאַד (שב"ד). און וואָס איז שייך דער עצם פראַגע, זעען מיר אַז די הויפּט⸗באַציאונג דערצו איז אין ל"ז גאָר, חוץ אין 〟אויף דער עלטער〞.
_______________
למעשה, ווי זאָל זײַן דער אויספיר? פאַקטיש, זײַנען פאַראַן אַ פּאָר פראַגעס וואָס וואָלטן געדאַרפט פאַרענטפערט ווערן דאָ כדי צו האָבן אַ קלאָרן אויספיר. נאָר טאָמער וויל אַ ליטוואַק זײַן קאָנסעקווענט, מוז עם אויסקומען אַזוי: טאָמער איז 〟עלטער〞 אַלעמאָל ל"ז, דאַרף אויסקומען אַז מען באַציט זיך צום וואָרט אַלעמאָל אין ל"ז חוץ אינעם אויסדרוק פון 〟אויף דער עלטער〞 און אַנדערע פאַלן אינעם דאַטיוו. מעגלעך אַז בעל⸗פּה האָט זיך געשאַפן בײַ פאָלקס⸗אידן אַזאַן אופן ריידן, הגם שריפטלעך זעט דאָס אויס ווײַט ניט קאָנסעקווענט (טאָמער וויל מען פאַרגלײַכן, איז דאָך פאַראַן אַזאַ דערשײַנונג אַנדערש⸗וואו אויך. צ.ב.ש. 〟דער מדבר〞 און 〟אין דער מדבר〞, אַ דערשײַנונג וואָס מוז דאָ אין לעקסיקאָן מיט דער צײַט באַהאַנדלט ווערן, און אפשר איז דער וואָרט 〟עלטער〞 אין דער זעלבער קאַטעגאָריע). פאַראַן פאָרט נאָך אַ מעגלעכער גאַנג אויסצופירן: טאַקע אָפּצוהיטן דעם ליטעראַרישן אונטערשייד פון גראַמאַטישן מין, און אַז 〟עלטער〞 אין זין פון 〟עלטערע יאָרן〞 זאָל בלײַבן דווקא ל"נ. אָבער לויטן ליטווישן שטייגער, מעג ממילא די דערשײַנונג פון 〟ביז אַ טיפן עלטער〞 אָדער 〟אין אַ גוטן עלטער〞 דערלאָזן ווערן, כאָטש וואָס דער ליטוואַק וועט מוזן בלײַבן בײַן אויסדרוק 〟אויף דער עלטער〞 און 〟צו דער עלטער〞.
דער מחבר איז אין דער מיינונג אַז פון די צוויי ברירות זײַנען ביידע מעגלעך פאַרן ליטוואַק, און ווער עס וויל קען קלײַבן וועלכן גאַנג עם געפעלט. פונדעסטוועגן, אין ליטעראַרישע אויסגאַבעס אָדער ענלעכע סיטואַציעס וואו דער סטיל מוז אָפּגעהיט ווערן אויף אַ געהעריקער הייך, דהיינו ניט אין אַ טאָג⸗טעגלעכן שמועס וכדומה, יעמאָלט איז שוין כדאי אָפּצוהיטן די ליטעראַרישע כללים וואו דער חילוק איז אַ פעסטער אין אַלע פאַלן.
קוואָק[טש]ען
דאָס איז דער צײַטוואָרט פון אַ הונס קלאַנג, 〟קוואָ⸗קוואָ〞. בײַ א. ווײַנרײַכן אין ווערטערבוך, שטייט די פאָרם 〟קוואָקטשען〞 און ניט די פאָרם 〟קוואָקען〞:
אינטערעסאַנט איז, אַז ער ברענגט אפילו די פאָרם לויט ווי עס וואָלט געווען לויטן באַרימטן 〟סבתדיקן לסון〞:
אַמאָל איז שווער צו דערגיין ווי ס'איז גענוי געווען דער היימישער נוסח אין דער ליטע. בפרט ווען האַרקאַווי ברענגט עטלעכע, קען גאָר זײַן אַז אַלע זײַנען געווען אָנגענומען אין פאַרשיידענע ליטווישע געגנטן. דער חשובער פּראָפ. דוד קאַץ האָט מיר געעצהט איך זאָל אַ קוק טאָן אין האַרקאַוויס ענגליש⸗אידישן ווערטערבוך. דאָרטן וועט אפשר זײַן אַ הכרעה פון איין פאָרם, דהיינו, וועט דאָס אויפווײַזן וועלכע פאָרם ער האָט אַליין געהאַלטן אָדער גענוצט. אַזוי האָב איך געטאָן, געקוקט און געפונען טאַקע איין פאָרם:
ס'הייסט אַז ניט נאָר 〟קוואָקטשען〞 אַנטקעגן 〟קוואָקען〞, נאָר גאָר 〟קוואָקצען〞, לויטן שטייגער פונעם סבתדיקן לסון.
פאַרשטייט זיך אַז דאָס זײַנען ניט קיין גענוגנדיקע און פעסטע ראיות, נאָר אינטעליגענטע השערות, האָב איך זיך דערפאַר געסטאַרעט צו געפינען היימישע פאָרמען, וואָס וועלן אפשר מכריע זײַן די ביזאַהעריקע מקורים.
אין LYVA, איז פאַראַן אַ ווידעאָ מיט אַ דווינסקער פרוי, סאָניע (שרה) קיט ע"ה, וואָס זינגט לידער וועלכע זי געדענקט פון אירע קינדער⸗יאָרן אין פּריאוט. זי זאָגט אַליין 〟קוואָקעט〞 (1:45-1:50) אין ליד:
זוכנדיק צואווישן געדרוקטע טעקסטן, האָב איך געפונען אין אַן אויסגאַבע פון 〟ייוואָ⸗בלעטער〞 פון אַ אידן חיים שעסקין וואָס ברענגט שפּילן און לידער פון זײַנע קינדער⸗יאָרן אין גראָדנע. דאָרטן שטייט אָט וואָס:
איך וויל נאָך צוגעבן אַז אַ נאָכמלחמהדיקער קאָוונער (די עלטערן זײַנען פאַרמלחמהדיקע קאָוונער) האָט מיר אויך געשריבן 〟קוואָקטשען〞. ס'איז אָבער אַ פראַגע ווי מאָסגיביק זײַנע זכרונות זײַנען, ווערנדיק געראַטעוועט אין די מלחמה⸗יאָרן אויף דער סאָוויעטישער זײַט, האָבן אַפולע השפּעות געקענט ווירקן אויף זײַן היימישן קאָוונער לשון, אָבער לאו דווקא.
ב"ה, הערנדיק אַ שיעור אין גמרא פון הרב טײַץ זצ"ל, ניט זוכנדיק בכלל, האָב איך גראַדע דעם וואָרט בײַ עם געהערט. פאַר די וואָס ווייסן ניט, פלעגט הרב טײַץ איבערגעבן אויפן ראַדיאָ דעם 〟דף השבוע〞. ער אַליין שטאַמט פון סובאט\סובאטש, ניט ווײַט פון דווינסק. אָט אין דעם שיעור זײַנעם קען מען הערן ווי ער זאָגט עטלעכע מאָל 〟קוואָקטשעט〞, 〟געקוואָקטשעט〞 (אָנהייבנדיק פון 20:30 אויף כמעט אַ מינוט, זאָגט ער דאָס עטלעכע מאָל). אַ סברא אַז די דווינסקער אידענע אויבן וואָלט אויך נאַטירלעך אַזוי גערעדט, דאָך איז דווינסק זייער נאָנט צו זײַן שטעטל.
די חשובע לייענער ווערן געבעטן ברענגען מקורים וואָס זיי האָבן פאַר דער פראַגע.
__________________
__________________
קײַלעכדיק
אָט אַזוי ווערט דער וואָרט אויסגעלייגט. פאַראַן אַ דערשײַנונג, אָבער, וואָס מען געפינט היפּש אָפט בעל⸗פה פון ליטוואַקעס: אַז דער וואָרט קלינגט אייגנטלעך ווי 〟קײַלערדיק〞. אויסצוגן פון אינטערוויוען וועלן באַלד געבראַכט ווערן. אָבער די עצם דערשײַנונג—דאָס איז טאַקע מערקווירדיק, פאַרוואָס טאַקע?
נאָר איידער מען הערט אַ דערקלערונג, לאָמיר אַליין הערן דאָס, אָבער הערט זיך גוט צו:
און ס'איז דאָ נאָכמער צו הערן.
_______________
כדי צו דערקלערן די דערשײַנונג, מוז מען באַטראַכטן דעם עצם וואָרט פונעם פאָנעטישן שטאַנדפּונקט. גלײַך נאָכן 〟כף〞, איז דאָ אַ 〟דלת〞. ד.ה. אַז כדי דער 〟דלת〞 זאָל ווי געהעריק אַרויסקומען, מוז געשעען אַ איבערגאַנג פון 〟כף〞 (וואָס ווערט אַרויסגערעדט מיט אַן עטוואָס אָפענער מויל) אויף 〟דלת〞 (וואָס מוז תיכף אַרויסגערעדט ווערן מיטן דרוק פון צונג אָן גומען, דערמיט עטוואָס פאַרמאַכן די פריערדיקע עפענונג פון מויל, וועלכע האָט זיך אָקערשט געשאַפן, אַרויסברענגענדיק דעם 〟כף〞⸗קלאַנג). אַזוי אַרום, ווערט דער 〟כף〞⸗קלאַנג פאַרקירצט דורך דעם איבערגאַנג, און ממילא ווערט דער שטאַרקער 〟כף〞⸗קלאַנג ווייכער, און ווערט 〟ריש〞⸗אַרטיק, וואָס קומט אויך אַרויס פון מויל אַן ערך פונעם זעלבן אָרט אין מויל.
אינטערעסאַנט איז צו געפינען בײַ יהושע מזחן (אגב אורחא, איז דאָס זײַן פּסעוודאָנים. זעט בײַ רייזענען אין לעקסיקאָן), אַ ליטווישער שרײַבער, אַז אַזוי איז געווען אפילו געדרוקט אין זײַנעם אַ ביכל (〟שבט יהודה〞, ווילנע):
ניט אַלע האָבן דעם וואָרט אין זייער דיאַלעקט. מען מיינט דערמיט דעם ענגלישן וואָרט 〟jaw〞. מען געפינט דעם וואָרט ניט אין א. ווײַנרײַכס ווערטערבוך, אָבער אין האַרקאַוויס איז עס יע פאַראַן.
דערצו האָב איך נאָך מקורים פאַרן באַנוץ פונעם וואָרט, און זיי וועלן באַלד געבראַכט ווערן. אַפריער דאַרף אויפגעקלערט ווערן, ווי איז דער גראַמאַטישער מין פונעם וואָרט? דער גרינגסטער גאַנג וואָלט זײַן, ווען מיר וואָלטן זאָגן אַז, אַזוי ווי מען געפינט פאַרן מין פונעם אָפּשטאַם דערפון (〟באַק〞), אַזוי זאָל דער וואָרט אויך זײַן, און הלוואי וואָלט דאָס זײַן אַזוי גרינג ווי דער פאָרשלאַג…
נו, און ווי איז טאַקע דער גראַמאַטישער מין פון 〟באַק〞? דאָס ווערט אייגנטלעך אויפגעקלערט אויבן. און דערצו, ווערט דאָרטן געבראַכט אַ נטיה וואָס יודל מאַרק שרײַבט אַרום (אַלע מקורים ווערן דאָרטן געבראַכט דערצו). די נטיה איז, אַז אין טייל פאַלן, ווען אַ וואָרט ווערט פאַרלענגערט, טאָמער איז עס פריער געווען לשון נקבה, שאַפט די פאַרלענגערונג אַז עס ווערט פאַרוואַנדלט אין לשון זכר. בכן, אויב 〟באַק〞 איז לשון נקבה, קען זײַן אַז 〟קינבאַק〞 איז אויך אַזוי, און קען זײַן אַז ס'איז לשון זכר.
איך האָב, ב"ה, געפונען גאַנץ פײַנע מקורים אַז 〟קינבאַק〞 איז לשון זכר. און נאָכמער-אַז בײַ איין מחבר געפינען זיך ביידע ווערטער (אי 〟באַק〞, אי 〟קינבאַק〞).
קודם, אין דעם דובנער מגידס הגדה של פסח מיט טײַטש (געדרוקט אין יאָר תר"ל אין ווילנע), שטייט אָט וואָס:
קלאָר אַז קינבאַק איז לשון זכר. נאָר לאָמיר אַ קוק טאָן אין 〟פאָלקס⸗געזונט〞. ווער עס האָט שוין געלייענט וועגן 〟באַק〞 דאָ אין לעקסיקאָן, האָט שוין געזען אַ ציטאַט פון 〟פאָלקס⸗געזונט〞 פון אַ ווילנער דאָקטער. אָט פונעם זעלבן דאָקטער, האָב איך נאָך אַ ציטאַט מיט 〟קינבאַק〞. אָט איז עס:
זעט מען בײַן זעלבן ווילנער די נטיה וואָס ווערט דערמאָנט בײַ מאַרקן (〟די〞 באַק, 〟דער〞 קינבאַק). און אָט זײַנען נאָך צוויי פון 〟פאָלקס⸗געזונט〞:
שאַנעווען
וועגן דעם וואָרט, לייענט דאָ.
שוינען
דער וואָרט איז אַ פּאַראַלעלער וואַריאַנט מיט 〟שאַנעווען〞. אַז דער וואָרט איז געווען אין טאָג⸗טעגלעכן ריידן אין דער ליטע—דערצו האָב איך נאָך, ליידער, קיין ראיות ניט. די לייענער ווערן אגב געבעטן, אַרײַנצושיקן אויף מײַן עלעקטראָנישן אַדרעס, טאָמער האָט אימעצער וועגן דעם אינפאָרמאַציעס.
אין דער ליטעראַטור איז עס אָבער יע פאַראַן, און אין דער ליטוויש⸗אידישער אויך.
מקורים האָב איך טאַקע אַפולע, וועל איך אָבער אַהער ברענגען כאָטש אַ הײַפל.
מען געפינט אויך 〟שאַנעווען〞 אין דער ליטוויש⸗אידישער ליטעראַטור. איך האָב בײַ דעם זעלבן אויבנדערמאָנטן מחבר געפונען, וואָס שרײַבט אָפטער טאַקע 〟שוינען〞:
און דאָס האָב איך געפונען בײַ אַ פאַרמלחמהדיקן ביאַליסטאָקער:
און דאָס, בײַ אַ פאַרמלחמהדיקן ריגער זשורנאַל:
_______________
ביז אַהער, האָבן מיר באַהאַנדלט בכלל מקורים אַז 〟שוינען〞, אַזוי ווי 〟שאַנעווען〞, געפינען זיך ביידע אין דער ליטעראַטור, אײַנשליסלעך דער ליטווישער. בײַ טייל, רעכנט זיך פאָרט אַז 〟שאַנעווען〞 איז מערער אידיש איידער 〟שוינען〞, וואָס קלינגט זיי דײַטשמעריש. יודל מאַרק, באַהאַדלענדיק דעם וואָרט איז זײַן אַרטיקל וועגן ספקדיקע דײַטשמעריזמען, שרײַבט אַזוי:
זעט מען קלאָר אַז ער פּסלט ניט, און האַלט אַז ביידע פאָרמען זײַנען גילטיק אין דער שפּראַך.
פונדעסטוועגן, ניט קוקנדיק וואָס רייזען האָט דעם וואָרט אין דער רשימה, האָט ער אָבער נאָך ווערטער דאָרטן וועלכע זײַנען אַנדערש ווי ער שרײַבט אין טייל ליטווישע דיאַלעקטן, און ס'איז דערפאַר שווער צו האָבן ענדגילטיקע אויספירן פון דעם אַליין, ווי מ'האָט גערעדט למעשה. דערפאַר בעט איך בײַ די חשובע לייענער, ווער עס האָט עדות פון אַ אידן אַ ליטוואַק פון דעם וואָרט 〟שוינען〞, ווי דער וואָרט ווערט אַרויסגערעדט (לכתחילה, פאַרבינדנדיק מיט אַ געגנט\שטאָט\גובערניע) זײַט אַזוי גוט שיקט אַרײַן, כדי די פראַגע זאָל אויפגעקלערט ווערן בשלימות.